845-999-LINT(5468)
פארוואס דארף איך קלינען מיין דרייער ווענט איינמאל א יאר?
ווייל איר ווילט אייער דרייער זאל טרוקענען אייער וועש געהעריג און נישט בלייבן נאס!
ווייל איר ווילט טון די מינימאלע השתדלות צו פארמיידן אייער הויז פון א שריפה רח"ל!
וויאזוי ארבעט אייער דרייער מאשין?
דער דרייער נוצט א אנגעהיצטע לופט BLOWER וואס בלאזט אויף די וועש כדי זיי צו טרוקענען, די הייסע פארע גייט דאן ארויס צו די גאס דורך דעם דרייער ווענט.
וואס געשעט נאר איז, ווען די וועש טרוקענען זיך קומט ארויס פון זיי אזעלכע שטויבעלעך גערופן לינט (דאס איז טאקע פארוואס וועש ווערן אפגענוצט מיט די צייט) וואס ווערט ארויסגעשטופט דורך די דרייער ווענט ביזן גאס, מיט די צייט ווערט די לינט אנגעלייגט אין די ווענט און פארשטאפט עס.
און וואס געשעט דאן?
איינמאל די לופט קען נישט געהעריג ארויסגיין קענען די וועש נישט זיך טרוקענען געהעריג.
איינמאל די לינט ווערט צו איבערגעהיצט ווערט עס פארוואנדלט אין ברען מאטריאל וואס קען ח"ו פאראורזאכן א שריפה אין די גאנצע הויז רח"ל!
איז וואס זאל איך יעצט טון?
די פייער דעפארטמענטס רעקאמענדירן צו קלינען דעם דרייער ווענט כאטש איינמאל א יאר, (און דאס איז געזאגט געווארן פארן אלגעמיינעם באפעלקערונג, ווער רעדט נאך פון אונזערע היימישע קינדער געבענטשטע פאמיליעס כ"י!)
טוט היינט די ריכטיגע שריט!